פון זונטאג ביז דאנערשטאג:
זוממער זייגער: אינדערפרי: 7:00 - 11:00 נאכמיטאג: 13:30 - 14:30
ווינטער זייגער: אינדערפרי: 7:00 - 10:30נאכמיטאג: 12:30 - 12:40 (13:40 - 14:00 – נאר אפען פאר א קורצע בליק און גייט תיכף ארויס דורך שער השלשלת)
די הר הבית איז דערווייל פארמאכט פאר יודן אין די טעג פון פרייטאג און אויך שבת קודש.
טהרה – זיך רייניגן (פאר מענער):
מורא מקדש:
פאר הלכה'דיגע און טעכנישע אנווייזונגען דריקט דא >>
אַלגעמיינע אנווייזונגען:
ברענגט מיט זיך אן ID קארטעל (לייסענס, פאספארט וכדו').
די משטרה פארבאט אריינצוברענגן יודישע חפצים צ.ב. סידור, תפילין (עס איז צוגעשטעלט לאקערס לטובת די עולים).
די משטרה פארבאט אויך יודן צו נוצן די בית הכסא אויפן הר הבית.
אויסער דעם וואס קומען נישט אנגעטוען מיט צניעות איז נישט אויסגעהאלטן סיי מצד כבוד פאר די פלאץ און סיי מצד הלכה, גיין מיט א קלייד וואס דעקט נישט צו רוב פונעם גוף קען צוברענגן צו אום-אמגענעמליכקייטן און קריגערייען פון די "משמרת הצניעות" פון די וואקף.
קליינע קינדער – פון עקספיריענס, איז שטארק רעקאמענדירט מיט צוברענגען. עס איז כדאי פאר דעם זיי צוגרייטן דורך נוצן די ביה"כ פארן זיך שטעלן אין די שורה ביים ארויפגיין, ווי אויך זיי מיטגעבן א פלעשל טרינקען און אביסל צובייס. די קינדער פיעלן זייער די הייליגקייט פונעם פלאץ כאטש אזוי שטארק ווי די עלטערע.
טהרה פאר עלטערע מיידלעך און פרויען:
הערות:די הלכות און די אנווייזונגען זענען דא געשריבן זייער בקיצור, נאר כדי צו דערמאנען אז מען זאל וויסן מער ווייניגער וואס מען דארף טוען, פאר מער פרטים דריקט דא >>.
מען קען מאכן א ברכה בשעת'ן טבילה אויב עס איז פארהאן די 2 פאלגענדע תנאים:
א. אויב מען טובל'ט זיך יעצט פון א זיכערע טומאה.
ב. אויב האט מען א כמעט זיכערע פלאן ארויפצוגיין ממש יעצט צום הר הבית. די ברכה קען מען זאגן נאנט צום טובל'ען אין די אינדרויסענדע ציממער פונעם מקוה ארומגענומען מיט א האנטוך אונטערן הארץ
אויב פעלט פון די 2 תנאים, זאל מען זיך טובל'ען אן א ברכה. (מפסקי הרב ליאור שליט"א).
פאר מער פרטים: 052-7203210, 054-5720066